תפילות פאר א קליין קינד פון ארץ ישראל, וועלכע איז געווארן אפגעפירט אין שפיטאל אין א ערענסטן צושטאנד, נאכ'ן געביסן ווערן דורך אן עקדיס
דאס איין יעריג קינד איז געביסן געווארן פון א גיפטיגע עקדיס אין זיין הויז אין די מציד געגענט נעבן ירושלים.
הצלה וואלאנטירן האבן געגעבן ערשטע הילף פאר'ן קינד, און אים נאכדעם אפגעפירט צום הדסה עין כרם שפיטאל פאר באהאנדלונגן.
הילד אליעזר בן הודיה לרפו"ש בתוך שאר חולי ישראל.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


