6 מענטשען זענען אומגעקומען אין א טראגישע פייער וואס האט באטראפן א געביידע נעבן בארא פארק
די פייער האט פאסירט דעם נאכט ביי א צוויי שטאקיגע געביידע אויף 58'ט סטריט צווישן די 6'ט און 7'ט עוועניוס.
ווען פייערלעשער זענען אנגעקומען איז די געביידע שוין געווען איינגעהילט אין העלישע פלאמען, און זיי האבן געקעמפט א לענגערע צייט עס צו פארלעשן.
אין צוגאב צו די 6 וואס זענען אומגעקומען זענען 7 אנדערע פארוואונדעט געווארן, אריין גערעכענט 4 ציווילע און דריי פייערלעשער.
ווי באאמטע געבן איבער האבן זיי געפונען א סקוטער און א ליטיום באטארי ביים סצענע פון די פייער, אבער זיי האבן נאך נישט באשטעטיגט אויב די באטארי האט אנגעפאנגן דעם פייער.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


