Thursday, November 5, 2026Thu, Nov 5Updated 11:39 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

רעפובליקאנער האבן טאקע געמאכט פארשריט ביי די אידישע וויילער, אבער למעשה האבן די דעמאקראטן סייווי געווינען

א נאציאנאלע עקזיט-פאל פון ען בי סי האט געוויזן אז 68 פראצענט פון די אידישע וויילער האבן געשטיצט די דעמאקראטן, בשעת 31 פראצענט האבן געשטימט פאר די רעפובליקאנער קאנדידאטן. די זעלבע פאולינג פירמע האט געוויזן אז 78 פראצענט אידן האבן געשטיצט קאמאלע העריס אין 2024. דערווייל, אינעם שטארק-נאכגעפאלגטן סענאט פארמעסט אין מישיגען, האט דער דעמאקראט אבדול על-סייד באקומען שוואכערע רעזולטאטן אין די געגנטער מיט גרויסע אידישע פאפולאציעס, פארגליכענדיג צו אנדערע דעמאקראטישע קאנדידאטן איבערן סטעיט.

Filed underNews
Share this story