וויצא פרעזידענט ווענס: די הויפט סיבה פארוואס ריפובליקאנער האבן פארלוירן נעכטן נאכט איז די מלחמה מיט איראן
וויצא פרעזידענט דזשעי. די. ווענס איז ארויס געקומען מיט אן אפענע סטעיטמענט, אין וואס ער דערקלערט, אז די הויפט סיבה פארוואס ריפובליקאנער האבן פארלוירן נעכטן נאכט איז די מלחמה מיט איראן.
ווענס האט דערמיט אפגענויגט פון פרעזידענט טראמפ און ווייסע הויז ראטגעבער וועלכע האבן זיך פראבירט אפצושאקלן פון די פארלוסטן, און ער האט אראפ געבינדן דעם שילד אויף די ווייסע הויז דירעקט.
אין זיין לענגערע סטעיטמענט שרייבט ער אז דאטא אנאליסטן האבן געוויזן די לעצטע פאר וואכן אז מען זעט נישט אן אפשוואכונג און טורנאוט ביי ריפובליקאנער, נאר מען זעט אז פילע מענטשען וועלכע האבן געשטימט צוויי יאר צוריק פאר די טראמפ-ווענס טיקעט זענען דערביטערט און פלאנען צו שטימען פאר די אנדערע זייט.
ער שרייבט אז עס וועלן פארקומען אסאך אינערליכע דעבאטעס איבער די סיבה פארוואס ריפובליקאנער האבן פארלירן, און עס קען זיין אז אלעס איז ריכטיג, אבער די הויפט סיבה איז זייער קלאר פאר יעדען, און דאס איז די מלחמה מיט איראן, צולייגענדיג, אז פרעזידענט טראמפ זעלבסט האט עס נעכטן אנערקענט.
ער ווייזט אן אויף אן אינערליכע אויספרעג אויף טראמפ וויילער צו הערן איבער וואס זיי זענען אנטוישט און וואס וועט זיי מאכן צוריק קומען, אויף וואס די נומער איינס ענטפער איז געווען די מלחמה, די צווייטע ענטפער איז געווען אז מען דארף לייגן מער געוויכט אויף לעבענס קאסטן און אינפלאציע, די דריטע סיבה אז מען דארף שטעלן אמעריקא פאראויס און די פערדע אז מען דארף טוישן די ביז יעצטיגע באציאונגן מיט מדינת ישראל.
ווענס זאגט אז עס קען זיין אז טייל מענטשען גייען זאגן אז די מלחמה איז ווערד געווען די פארלוסט, און דאס איז עפעס אויף וואס יענער קען האבן א מיינונג, אבער כאטש ווייסט מען די הויפט סיבה צום פארלוסט.



