דער ניו יארקער ביליאנער אינוועסטירער ביל עקמאן האט פארציילט אן אינטערעסאנטע זאך וואס ווארען באפעט האט אים אמאל געזאגט
דער ניו יארקער ביליאנער אינוועסטירער ביל עקמאן האט פארציילט אן אינטערעסאנטע זאך וואס ווארען באפעט האט אים אמאל געזאגט, אז שוין 48 יאר וואס ער האט נישט געטרונקען קיין וואסער, נאר ער טרינקט בלויז "קאקא-קאלא".

באפעט'ס פירמע "בערקשייער העטעוועי" האט אנגעהויבן אינוועסטירן אין די קאמפאני נאך אין יאר 88', ווען זיי האבן אריינגעלייגט $1.3 ביליאן דאלער צו קויפן פיר הונדערט מיליאן שעירס. היינט צו טאגס איז די אינוועסטמענט ווערט בערך 37.6 ביליאן דאלער, און עס ברענגט אריין פאר די פירמע ארום 848 מיליאן דאלער יעדעס יאר אין דיווידענדס.







