פלארידא גאווערנער ראן דיסענטיס האט באצייכענט די נעכטיגע וואלן אלץ מער ווי א בלויע כוואליע
, זאגענדיג, אז אויב מען זיכט א ריכטיגע אויסדרוק דערפאר איז עס א מיטיאר אטאקע וואס איז געגאנגן איבער גאנץ אמעריקא.
ער זאגט אז ער נוצט דעם טערמין וויבאלד ריפובליקאנער האבן פארלוירן פון איין ענק לאנד ביזן אנדערן, אנגעפאנגן ביי בלויע סטעיטס און געענדיגט ביי רויטע סטעיטס, מיט אלעס אינדערמיט.
דיסענטיס זאגט אז די מעסעדזש פון וויילער נעכטן נאכט איז נישט געווען אז זיי שטיצן ליביראלע פאליסיס, נאר אז זיי זענען אומצופרידן פון די ארבייט וואס ריפובליקאנער טוען די לעצטע שטיק צייט.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24



