סענעטאר-ערוועלט טאלעריקא וואס האט באזיגט פעקסטאן ביי די טעקסעס סענאט פארמעסט זאגט פאר אילאן מאסק: 'טעקסעס איז נישט פאר סעיל'
ער זאגט אז די געוואונס איבער פעקסטאן געט א מאנדאט פאר דעמאקראטן איבערצומאכן די קאמפיין פינאנץ סיסטעם און אויפצורייניגן די רעגירונג, אז אזעלכע ריזן באשטייערער ווי אילאן מאסק זאלן האבן ווייניגער איינפלוס.
מאסק האט געהאט אריין געגאסן הונדערטער מיליאנאן דאלארן אין די יעצטיגע פארמעסטן, אין געלייגט א שטארקע קאנצענטראציע אויף טעקסעס, וואו סיי 'ספעיס-עקס' און סיי 'טעסלע' זענען הויפטקווארטירט.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24
