איינער איז אומגעקומען און צוויי זענען פארוואונדעט געווארן ווען א העליקאפטער האט אראפ געקראכט אין ים, נעבן א רייכע אינזל אין די מאיאמי געגענט
די קראך האט פאסירט נעבן קי ביסקעין, א בעריער אינזל פון 5 מייל לאנג וואס פארמאגט טייערע פארקס און אנדערע רייכע איינריכטונגן.
די עקסידענט קומט נישט לאנג נאך די פאל מיט א פריוואטע פליגער מיט 9 מענטשען וואס האט אראפ געקראכט אין די פאלם ביעטש געגענט, אומברענגענדיג אלע 9 מענטשען אויפ'ן פליגער.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24

