צום צווייטן מאל דעם יאר האט 'דזשעט בלו' געהויבן די פרייז וואס רייזענדע דארפן צאלן פאר טשעקד-פעקלעך
אינטער די נייע סיסטעם דארפן א מערהייט עקאנאמיע פאסאנדזשירן צאלן א מינימום פון 50 דאלאר פאר אן ערשטע פעקל אויף פלייטס אינערהאלב אמעריקא, קאנאדא, לאטיין אמעריקא און די קאריביען.
די פריערדיגע באזע-פרייז איז געווען 39 דאלאר, וואס באדייט אז עס קאסט יעצט מיט 11 דאלאר מער ווי פריער.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24

