וואל סטריט האט זיך געשלאסן מיט גאר ערענסטע פארלוסטן, ווערענדיג אראפ געשלעפט אין גרויס טייל דורך טעק קאמפאניס
, א דאנק זארג ביי אינוועסטירער אז דעמאקראטן וועלן איינשטעלן באגרענעצונגן אויף דאטא סענטערס.
די נעסדעק איז געפאלן פולע 5.52 פראצענט, און דערמיט אריין אין קארעקשאן טעריטאריע, נאכ'ן פאלן מער ווי 10 פראצענט פון איר רעקארד הייעך פארלאפענע אקטאבער 6 למס'.
די דאו דזשאונס איז אין די זעלבע צייט געפאלן 1,800 פונקטן, אדער 3.4 פראצענט, און די עס-ענד-פי איז געפאלן 4.36 פראצענט.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24

