דער פרעזידענט פון פאראגוויי האט רעזיגנירט אינמיטן א שווערע באנק קריזיס וואס האט געברענגט צו די צוזאמפאל פון די דיגיטאלע אוענא באנק
דער פרעזידענט פון פאראגוויי האט רעזיגנירט אינמיטן א שווערע באנק קריזיס וואס האט געברענגט צו די צוזאמפאל פון די דיגיטאלע אוענא באנק, מיט וועלכע דער פרעזידענט האט אמאל געהאט ביזנעס באציאונגען.

די צוזאמפאל האט איבערגעלאזט איבער 3 מיליאן מענטשן - וואס קומט אויס נאנט צו האלב פון די פאפולאציע - אן קיין צוטריט צו זייער אקאונטס.
אכט באנק עקזעקיוטיווס זענען ארעסטירט געווארן, און דער צענטראלער באנק טשיף האט רעזיגנירט.
מאסיווע פראטעסטן האבן אויסגעבראכן איבער'ן לאנד, און ביידע פארטייען האבן גערופן צו די רעזיגנאציע פונעם פרעזידענט, עפעס וואס היינט פאסירט ווען דער פרעזידענט האט רעזיגנירט פון אמט.
- פאר בקיצור אויף וואטסעפפ:
- פאר בקיצור אויף סטאטוס:







