סופערמארקעט נעצן אין ווייניגסטענס דריי אייראפעאישע לענדער פלאגן זיך מיט העקערייען אויף פרידזשעדערס און פריזערס ביי צענדליגער געשעפטן
דריי אייראפעאישע לענדער פלאגן זיך מיט העקערייען אויף פרידזשעדערס און פריזערס, מיט צענדליגער געשעפטן וועלכע ליידן פון פארדארבענע פראדוקטן נאכדעם וואס העקערס האבן ארויף געדרייט די טעמפערטשערס.
די העקערייען אין בעלגיע, שוועדן און לוקסעמבערג, טוט אפשפיגלן אן ענליכע כוואליע פאריגע חודש אין פראנקרייך, וואו העקערס האבן געהויבן די טעמפערטשערס פון קאמערשעל פריזערס און פרידזשעדערס אין הונדערטער סופערמארקעטס.
פראנצויזישע באאמטע האבן דערווייל נישט געמאלדן וועם זיי פארדעכטיגן, אבער איינס פון די ערטער וואו מען האלט אן אויג איז אויף רוסלאנד.
אין אמעריקא ווערט אויך אויסגעפארשט אזעלכע פעלער ביי ווייניגסטענס 6 מיליטערישע באזעס, וואו פריזערס ביי גראסעריי געשעפטן אינערהאלב די באזעס זענען אויסגעשטאנען פראבלעמען.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24


