א טאג נאך די מידטורם וואלן, זענען נאך פארבליבן צוויי סענאט פארמעסטן און מער ווי 60 קאנגרעס זיצן וואו מען האט נאך נישט דערקלערט קיין געוואונער
אין די רויטע מיסיסיפי איז דער דעמאקראט סקאט קאָלאָם פאראויס פונ'ם ריפובליקאנער מיט בלויז 43 שטימען, אין צייט וואס אין אלאסקא איז סענעטאר דען סאליוואן הונטערשטעליג פונ'ם דעמאקראט פרוי פעלטאלע מיט ארום 600 שטימען.
אין אלאסקא ערווארט מען נישט קיין קלארע אויסגאנג אזוי שנעל, וויבאלד די פראצעדור פון פארטיגן ציילן אלע שטימען קען נעמען עטליכע וואכן.
אויף דערווייל האבן דעמאקראטן זיך פארזיכערט מיט 54 סענאט זיצן, אריין גערעכענט 7 אוועק געשלעפט פון ריפובליקאנער, און די ריפובליקאנער האבן זיך פארזיכערט מיט 44 זיצן.
אין קאנגרעס האבן די דעמאקראטן דערווייל 231 זיצן, מער ווי גענוג פאר א מאיאריטעט, און די ריפובליקאנער האבן דערווייל 139 זיצן.
אויף די דעמאקראטישע זייט זענען 27 זיצן געווארן אריבער געשלעפט פון די ריפובליקאנער, אין צייט וואס ביי די ריפובליקאנער איז דערווייל נישט פארהאן קיין איין אזא געוואונס.



