אַ ספעציעלע באדעקונג איז אויפגעשטעלט געווארן אין חצר פונעם ציון הקדוש צו באשיצן פאר די ווינטערדיגע שנייען, צוזאמען מיט פולשטענדיגע אנגרייטונגען און ארויסגעוויזענע גרייטקייט צו יעדן מעגלעכן וועטער-מצב, למען די באקוועמלעכקייט און זיכערקייט פונעם ברייטן ציבור המתפללים.