נאך כמעט אכט וואכן פון שווערן צער: דער גוף פון ר' יצחק אלמקייס ז"ל איז באפרייט געווארן צו קומען לקבורה
נאך לאנגע השתדלות איז ענדליך באפרייט געווארן דער גוף פון ר' יצחק אלמקייס ז"ל, א טאטע פון זיבן קינדער פון די עדזשווער געגנט אין ענגלאנד, צו קענען געברענגט ווערן צו קבורה.

ר' יצחק ז"ל איז געפונען געווארן נישט בין החיים אין א וואלד נישט ווייט פונעם ציון הקדוש אין אומאן, אין די טעג פון ראש השנה. זיין פטירה ווערט נאכאלץ באהאנדלט מיט אן אפיציעלע פארשונג, ווען עס זענען דא שטארקע חששות אז ער איז ליידער געווארן דערמארדעט רח"ל.
זינט דעמאלט האט די משפחה דורכגעמאכט שווערע און הארץ-רייסנדע וואכן פון צער, ווארטנדיג בכליון עינים אויף די מעגלעכקייט אים צו ברענגען צו מנוחה.
די פרטים איבער די לוויה זענען ערווארטעט צו ווערן פארעפנטליכט אין די קומענדיגע שעה'ן.





