די דעמאקראטישע פארטיי האט אפגעהאלטן נאך עטליכע זיגן דורכאויס די טאג
צווישן דעם ווען די דעמאקראטישע קאנדידאט איז דערקלערט געווארן געוואונער ביי די סטעיט קאמפטראלער פארמעסט אין אינדיאנא.
אינדיאנא דעמאקראטן זענען פאר לאנגע יארן געווען אויסגעשלאסן פון די ארטיגע פאליטיק, אבער יעצט האבן זיי געוואונען סיי די סטעיט קאמפטראלער אפיס און סיי די סטעיט'ס סעקרעטערי אוו סטעיט אפיס.
אין די פארמעסט פאר קאנגרעס, וואו נאך א צאל זיצן זענען קלאר געווארן דורכאויס די טאג, האבן דעמאקראטן זיך פארזיכערט ביז יעצט מיט 240 זיצן, אין צייט וואס ריפובליקאנער האבן 139 זיצן.
אויב די דעמאקראטן גרייכן דעם ציפער פון מער 257 זיצן, וועט עס זיין די גרעסטע מאיאריטעט פאר סיי וועלכע פארטיי זייט יאר 1992 למס'.
Source: Yiddish24Read the original at Yiddish24

