Wednesday, November 4, 2026Wed, Nov 4Updated 9:48 PM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס
איך האב פארגעסן היינט צו גיין אין מקוה צו הערן די נייעסShimon Cohen · מבקשי השם רבי ווייזט זיינע 'שמירת עינים' גלעזערקעניינעהארע · מער און מער איראנער פאליטישאנס פאדערן רעזשים עמטליך אנצוהייבן אנטוויקלען נוקלעארע וואפנסYiddish24 · באבובער רב אויף אָפּרוה.Shmily Erps · איד לאדנט צום וואכנאכט פון א קינד למזל טוב. קרעמל ראט נישט צו עסן דעם שמחה צעטל טראץ ס׳איז כשרKremel · דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן טאמעס מאסי פלאנט צו אימפיטשן פארטיידיגונגס סעקרעטאר פיט העגסעט ווען קאנגרעס קומט צוריק קומענדיגע וואךTug 24 · גיוואלד - MBDShia Gefen · דער באקאנטער מסור ישראליק הורוויץ געפינט זיך יעצט נאכאמאל אין מעקסיקא צו מאכן קלאגעס אויף אומשולדיגע אינגעלייט יוצאי גוואטאמאלא רח"לTzim Pintel · הקליפ המלא שכבר צבר אלפי אלפים צפיותנטע שפר · די רעפובליקאנער פארטיי קען זיך טרעפן פאר א גאר שווערע מערכה מיט די סענאט מאפע אריינגייענדיג אין די 2028 וואלןExpert ·

אידן זענען צוריקגעקומען קיין יריחו צום ערשטן מאל זינט די אוסלו אפמאכן: צום ערשטן מאל

אידן זענען צוריקגעקומען קיין יריחו צום ערשטן מאל זינט די אוסלו אפמאכן: צום ערשטן מאל אין די 32 יאר זינט די אוסלו אפמאכן האבן ארויפגעלייגט יריחו אונטער די פאלעסטינער הערשאפט, זענען אידן צוריקגעקומען צו די "עיר התמרים".

עטליכע אידישע משפחות האבן בסוד אפגעקויפט אכט הייזער ביים עק שטאט נאנט צום ירדן גרעניץ און זענען היינט אריינגעצויגן דארט. כאטש די געגנט איז א טייל פון "שטח C" און בלייבט אונטער מדינת ישראל קאנטראל, זענען די נייע איינוואוינער באגלייט געווארן דורך זיכערהייט גארדס. די גאנצע זאך איז געהאלטן געווארן שטרענג געהיים ביז'ן מאמענט וואס זיי זענען אריינגעגאנגען אין די הייזער.

לויט ווי די מועצה אזורית בנימין גיט איבער, געפינען זיך די הייזער אויף רעגירונג לאנד (אדמת מדינה) נאנט צו די ארכעאלאגישע פלעצער פון די פאלאצן וואס די שפעטערע קעניגן פון בית חשמונאי האבן געבויט. די מיליטער האט געמאלדן אז זיי זענען איבערראשט געווארן פון דעם שריט. כאטש די זאך איז לעגאל אויסגעהאלטן, ערווארט מען אז דאס וועט ארויסרופן אן אינטערנאציאנאלן שטורעם איבער די וועלט, צוליב זארג אז דאס קען ברענגען צו געוויסע געוואלדטאטן אין די געגענט

Filed underCommunity
Share this story