אוקראינישע דראונס האבן אטאקירט א ריזיגע לאגיסטיקס צענטער פון די באקאנטע "אזאן" (Ozon) פירמע, וואס געפינט זיך אין דרום רוסלאנד
צוליב די אטאקע האט אויסגעבראכן א מעכטיגע שריפה ביים געביידע, וואס האט גורם געווען אז א טייל פונעם דאך זאל איינפאלן. אלע ארבעטער זענען געווארן עוואקואירט בשלום, און לויט די יעצטיגע באריכטן זענען נישטא קיין שום קרבנות אדער פארוואונדעטע.






