גאב"ד מאקאווא מכתיר געווען הרה"ג ר' משה ראזענפעלד דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה ד'סאטמאר וומס"ב אלס אב"ד סענדרא
גאב"ד מאקאווא מכתיר געווען הרה"ג ר' משה ראזענפעלד דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה ד'סאטמאר וומס"ב אלס אב"ד סענדרא
דעם שבת קודש פרשת וירא איז פארגעקומען א שבת התאחדות פאר פילצאליגע חסידי ותלמידי בית מאקאווא, ביומא דהילולא קדישא פון הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, בצל הקודש פון בנו ממלא מקומו כ"ק הגה"צ גאב"ד מאקאווא שליט"א בהיכל ישיבתו הק' אין קרית אתא.
צום שבת התאחדות זענען געקומען צו פארן פילע חסידים פון נאנט און ווייט, אריינגערעכנט חשובע רבנים קרובי המשפחה פון ניו יארק, צווישן די חשובע געסט איז געווען הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג, וועלכער איז אן אייניקל פון הגה"ק רבי אפרים ראזענפעלד זצ"ל אבד"ק סענדרא, שווער פונעם בעל ההילולא הגה"ק בעל עטרת משה ממאקאווא זצ"ל, זייענדיג אן אייניקל בן אחר בן, דער דיין'ס פאטער הרה"ג ר' אפרים זצ"ל איז געווען א זון פון הרה"ג ר' חנני' יו"ט ליפא זצ"ל, א זון פונעם סענדרא רב זצ"ל.
דער חשובער דיין שליט"א איז מכובד געווארן אויפצוטרעטן מיט א דרשה בעפאר קבלת שבת, און איידער זיין דרשה איז דער מאקאווא רב שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד און אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער, רעדנדיג איבער זיין גרויסן זיידן הגה"ק בעל עץ אפרים מסענדרא זצ"ל וועלכער איז געווען גאר נאנט מיט זיין גרויסן שווער הגה"ק בעל אהל משה ממאקאווא זצ"ל, אינאיינעם האבן זיי מרביץ תורה געווען און אנגעהאלטן א נאנטע קשר.
דער מאקאווא רב האט ממשיך געווען און געזאגט אז אצינד איז דא אן אייניקל וואס איז ראוי לאותו איצטלא, א חשובער רב א מנהיג אין א קהילה, ער איז מדריך אינגעלייט בדרך אבותינו הק', און עס איז פאסיג אז ער זאל ערפילן דעם הייליגן שטעלע אלס "סענדרא רב", עס זאל זיין א זכר צום גרויסן זיידן דער סענדרא רב, און זיינע חשובע קינדער וואס זענען ליידער אומגעקומען על קידוש השם.
למלא מקום אביו ואחיו: הגה"צ רבי שמואל מאיר בלום שליט"א בן הגה"ק מקאשוי זצ"ל אויפגענומען אלס רב ואב"ד אין קרית קאשוי
מעמד הכתרת הרה"ג ר' שמואל זלמן שפיטץ איידעם פון האדמו"ר מדושינסקיא אלס רב פון קהילת דושינסקיא אין הר יונה
ובכן לך יכתירו: האדמו"ר מסאטמאר איז ממנה בנו הצעיר הגה"צ ר' ליפא שליט"א אלס רב ביהמ"ד החדש ויואל משה שכונת פלאשינג אין וויליאמסבורג
Are you sure you want to proceed with the purchase?
שרייבט אייך איין צו באקומען אונזערע טעגליכע אימעילס







