Thursday, November 5, 2026Thu, Nov 5Updated 12:14 AM ET
The Kehilla Times

News from the community, as it happens

לעצטע נייעס

מעדיצינישע דורכברוך: דאקטוירים אינעם 'הדסה' שפיטאל האבן דורכגעפירט איינע פון די ערשטע גאר קאמפליצירטע רוקנביין אפעראציעס אין די וועלט

מעדיצינישע דורכברוך: דאקטוירים אינעם 'הדסה' שפיטאל האבן דורכגעפירט איינע פון די ערשטע גאר קאמפליצירטע רוקנביין אפעראציעס אין די וועלט, ניצנדיג די גאר פארגעשריטענע ראבאטישע סיסטעם פון 'מעדטראניק'.

דער פאציענט איז געווען אן 18-יעריגער יוגנטליכער וואס האט געליטן פון שווערע סקאליאזע, (א קרומע רוקנביין).

ווייניגער ווי א וואך שפעטער, גיט מען איבער אז דער פאציענט שפירט מער נישט קיין שום ווייטאגן און שפאצירט געהעריג גראד.

Filed underCommunity
Share this story