ווען ליידיגיין ווייסט נישט פון קיין ענדע.
צענדליגער פראטעסטירער האבן זיך נעכטן זונטאג פארזאמלט פארענט פון די הויפטקווארטירן פון די "ליבערטי מיוטשועל" אינשורענס פירמע אין באסטאן, פאדערנדיג אז די פירמע זאל שוין באזייטיגן דעם געלן "ליבערטי ביבערטי" פאלשע כאראקטער וואס ערשיינט אין זייערע רעקלאמעס.

דער פראטעסט איז ארגאניזירט געווארן דורך א 19-יעריגער יוגנטליכער, קאנאר הארווי, נאכדעם וואס א ווידעא וואו ער קריטיקירט דעם פיגור האט אנגעצויגן איבער זעקס הונדערט טויזנט צוקוקער. די פראטעסטירער האבן זיך שטארק באקלאגט איבער די נערוועז-מאכנדיגע רעקלאמעס און האבן מארשירט מיט שילדן קעגן דעם פיגור. אינמיטן דעם פראטעסט איז אנגעקומען איין מאן אנגעטאן פונקט ווי דער "ביבערטי" כאראקטער, פרובירונדיג אים צו פארטיידיגן קעגן די פארזאמלטע.





